זונטאג פ' עקב - י"ב אב תשפ"ג

היץ כוואליע אין היימישע געגענטער
ארץ ישראל, ניו יארק, וועטער

א היבש הייסע וואך איז אריבער אויף די היימישע געגנטער, סיי דורכאויס תשעה באב און סיי דורכאויס שבת, גאר שווערע היצן זענען אראפגעקומען אויפן ראיאן, ברעכנדיג רעקארד אויף פארשידענע וועגן. אין רעזולטאט פון די שווערע היצן האבן עטליכע טרענספארמער'ס אויפגעריסן און פאראורזאכט קורצשלוסן אין פארשידענע געגנטער. נעכטן מוצאי שב"ק האט פאסירט צוויי טרענספארמער פייערס אין מאנסי, וואו די לאקאלע איינוואוינער אין כתר ווילעדזש האבן פארלוירן די עלעקטעריק פאר א שטיק צייט.

אזוי אויך אין ארץ ישראל איז באריכטעט געווארן איבער גאר שווערע היצן וואס האט באטראפן די גאנצע ראיאן, איבערהויפט ווען אין פילע געגנטער איז נישט געווען קיין עלעקטעריק, וואס האט ביטערליך פארשווערט די אלע משפחות, נישט קענענדיג אנצינדן קיין עירקאנדישן זיך אפצוקילן אביסל. אין ירושלים זענען די ארבייטער ביי די שנעלצוג באן וואס ווערט געבויעט באשולדיגט געווארן, אז צוליב קליינע טעותים וואס וואלט געקענט פארמיטן ווערן, האבן טויזענטער משפחות נישט געהאט קיין עלעקטעריק תשעה באב, וואס האט באדייט אז זיי האבן געדארפט פאסטן אין קריטישע אומשטענדן.

קאר גניבות אויפן טיש

די טעמע ארום קאר גניבות געפונט זיך אצינד אויפן טיש אין פארשידענע היימישע געגנטער, נאך א פארמערונג אין אזעלכע סארט אינצידענטן וואס האט פאסירט אין די לעצטע פאר טעג.

אין קרית יואל איז דעם שבת נאכמיטאג בארויבט געווארן א קאר אויף די עיקערס גאס, די צווייטע אזא פאל אין בלויז א וואך, די לאקאלע פאבליק סעיפטי איז אריינגעקומען אין בילד און געעפנט א אויספארשונג, מיטן האפענונג צו טרעפן די קאר ווי שנעלער, און פארהאלטן די פארברעכער פאר זייער געמיינעם אקט.

אין ברוקלין איז גע'גנב'ט געווארן א אנגעצינדענע קאר פארנט פון א גראסערי, ווען אין די קאר האט זיך געפונען א מיטליעריגער אוטיסטישע מאן. נאכן אנגיין מיט א העפטיגע זוכעריי האט מען געטראפן די מענטש, אבער נישט די קאר.

אזוי אויך האט די סטעיט פאליציי ארויסגעשטעלט א ווארענונג אז מען זאל זעהן צו האלטן די קארס גוט פארשפארט, נאך א רייע גניבות וואס איז דורכגעפירט געווארן אין פארשידענע געגנטער אין די קאנטרי, ווען עטליכע קארס זענען בארויבט געווארן פון די אייגענטומער, און עס איז זייער שווער דאס צו טרעפן נאכדעם.

שטעכעריי פארזוך אין קראון הייטס

א שטעכעריי פארזוך האט פאסירט דעם פרייטאג נאכמיטאג אין הארץ פון די היימישע געגנט אין קראון הייטס, ווען א פארברעכער האט פרובירט צו שטעכן א אידיש קינד ביי זיין האלז, און איז בחסדי ה' פארמיטן געווארן אין די לעצטע סעקונדע.דער פארברעכער האט דורכגעפירט א סעריע רויבערייען אין די געגנט, נאכדעם האט ער זיך אריינגעבראכן אין א קאר און אנגעהויבן אטאקירן דעם איד. דער איד מיט א חבר האבן פרובירט אים אפצושטעלן פון זיינע בייזוויליגע פלענער, ווען דער פארברעכער האט ארויסגעצויגן א גרויסע מעסער און פרובירט צו שטעכן דעם איד. מיט גרויסע נסים האט מען אים ב"ה באצייטנס אפגעשטעלט אבער דער פארברעכער איז שנעל אנטלאפן פון די סצענע, אן איבערלאזן א שפור נאך זיך.אין אנדערע נייעס האט פארגאנגענע סוף וואך פאסירט נאך צוויי אנטיסעמיטישע אינצידענטן, איינס אין סאן דיעגא קאליפארניע, וואו א פינף און זעכציג יעריגער איד איז איבערגעפאלן געווארן פארנט פון א סעווען עלעווען געשעפט. נאך א אינצידענט האט פאסירט אין שטאט ליאון אין פראנקרייך, וואו דריי פארשוינען האבן אטאקירט א דרייצן יעריגער בחור און אים געסטראשעט מיטן ערגסטן. בחסדי השם האבן זיך ביידע געשיכטעס גוט געענדיגט.

שרעקליכע האלידעי טראגעדיע

די חרדישע אידנטום אין סטעמפארד הילל לאנדאן איז אויפגעשוידערט ביז גאר, מיטן אנקום פון די שרעקליכע בשורה אז א היימישע פאמיליע איז געווען פארמישט אין א פאטאלע עקסידענט יעצט נאכמיטאג אין פראנקרייך, פון וואס א אידישע מאמע איז טראגיש אומגעקומען רח"ל.

די היינטיגע טאג איז די ערשטע טאג וואס די היימישע אידן פארן ארויס אויף "האלידעיס", ווי די וואקאציע ווערט אנגערופן בלשון אחינו שבאנגליה, די משפחה וואס איז ארויסגעפארן פון לאנדאן היינט נאכמיטאג אויפן וועג צו די שווייצע בערג, האט געהאלטן קורץ נאכן אריבערפארן די יורא טוננעל וואס פארבינדט לאנדאן מיט פראנקרייך, בלויז עטליכע מייל אריין אין פראנקרייך האט זיך זייער קאר צוזאמגעשטויסן מיט נאך צוויי, וואס האט גאר שטארק געשעדיגט אלע קארן.

ליידער איז באשטעטיגט געווארן אז די אידישע פרוי איז ל"ע טראגיש אוועקגעריסן געווארן פון די שוידערליכע קראך, האשה החשובה מרת מרים פאזען ע"ה, אשת הרה"ח ר' שלום פנחס פאזען שליט"א ר"ם בישיבת מתיבתא אין לאנדאן, און טאכטער פון הרה"ג ר' מרדכי יודא בלייער שליט"א פון לאנדאן.

נאך עטליכע טויטע און שווער פארוואונדעטע, איז באריכטעט געווארן פון די אנדערע נישט אידישע קארן, אבער די קינדער פון די אידישע משפחה זענען אויך ליידער אין א שווערע צושטאנד. כלל ישראל איז מתפלל לרפואתם, און בעטן א תפילה צום אויבערשטן שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו. שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

חב"ד מאמביי טעראר פארזוך

די פאליציי אין שטאט מאמביי אין אינדיע האבן געמאלדן אז זיי האבן באצייטנס אפגעשטעלט א טעראר אטאקע, וואס א גרופע טעראריסטן האבן געפלאנט דורכצופירן אויף די חב"ד נארימען צענטער אין מאמביי, אויפן ארט וואו עס איז פארגעקומען די שוידערליכע טעראר אטאקע מיט פופצן יאר צוריק רח"ל.

די פאליציי האט צוערשט ארויסגעגעבן א ווארענונג אז זיי האבן ערהאלטן אינפארמאציע איבער א געפלאנטע טעראר אטאקע אויף די חב"ד הויז אין מאמביי, און געשטעלט די זיכערהייט אין די געגענט אויף גאר א הויכע אלערט. היינט זונטאג האבן די אויטאריטעטן געמאלדן אז זייער פארדאכט האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין ריכטיג, און א טעראר אטאקע איז באצייטנס אפגעשטעלט געווארן.

די פאליציי האט ארעסטירט צוויי טעראריסטן אין די שטאט ראדזשאסטאן אין אינדיע, און נאכן אונטערזוכן זייערע געפעק האט מען געטראפן בילדער פון די חב"ד צענטער אין מאמביי. נאכן אויספארשן און ארעסטירן זייערע נאנטע, און נאכן טרעפן אין זייער היים פילע פעקלעך אויפרייס מאטריאל און שעדליכע וואפן, האט זיך ארויסגעשטעלט די שאקירנדע בילד אז א טעראר אטאקע איז געווען אין פלאן פאר די חב"ד צענטער, און איז ב"ה אפגעשטעלט געווארן באצייטנס.

תשעה באב פייער
ארץ ישראל

א העלישע פייער האט אויסגעבראכן דעם פארגאנגענעם מיטוואך נאכט ליל תשעה באב אין א בית המדרש געביידע אין ירושלים, וואו עטליכע מנינים און שטיבלעך זענען פון איין מינוט אויפן צווייטן געבליבן אן א דאך איבערן קאפ, וואו צו קענען ממשיך זיין די אמירת איכה און קינות.

די פייער האט פאסירט ביי א צוויי שטאקעדיגע געביידע אויף רחוב כי טוב אין ירושלים, וואו עס געפונען זיך פלאצירט עטליכע מנינים, א סאדיגורא בית המדרש, א סאטמארע בית המדרש, און א שטיבל פון אינגעלייט בוגרי הישיבה פון מתיבתא ד'לאנדאן. די פייער האט זיך אנגעהויבן אין א קליין צימער נעבן די היכל ביהמ"ד מתיבתא, און די מתפללים האבן עס צייטליך באמערקט און שנעל ארויסגעלאפן.

עטליכע פייערלעשער גרופעס האבן געארבעט צו פארלעשן די פייער, אין די צייט וואס קיין מענטשליכע שאדנס איז ב"ה נישט באריכטעט געווארן.

קידוש השם אין צענטער פון די בריק

א קידוש השם האט זיך אפגעשפילט היינט זונטאג אויף די טאפפאן זי בריק וואס פארבינדט וועסטשעסטער מיט ראקלענד קאונטי, ווען א חרדישער איד פון ארץ ישראל איז געקומען צו הילף פאר א נישט אידישע פאמיליע, און האט ארויסגעשריגן די געוואלדיגע מעשי חסד פון אידישע קינדער פאר סיי וועם.

דער איד פון שטאט ביתר אין ארץ ישראל האט היינט צופרי געלאנדעט אין ניו יארק, און איז געווען אונטערוועגנס ארויף צו די קאנטרי. זייענדיג אויפן בריק האט ער באמערקט ווי א נישט אידישע פארפאלק שטייט פארצווייפלט אין די זייט, ווען פונדערווייטנס קייקלט זיך א רעדל פון זייער קאר. דער איד האט שנעל באוויזן אפצושטעלן די רעדל מיט זיין קאר, און עס צוריקגעברענגט צו די נישט אידישע דרייווער, וועלכער האט זיך גאר שטארק געפריידט צו זיין אידישע העלפער.

אומאן פלענער

די אוקריינישע אמבאסאדאר אין מדינת ישראל האט געמאלדן אז די אוקריינישע רעגירונג קלערט פון שטעלן צוימונגען ארום די גרויסע נסיעות קיין אומאן דעם קומענדיגן יום טוב ראש השנה הבעל"ט, צוליב די אנגעצויגענע מלחמה צושטאנד וואס הערשט איבערן גאנצן לאנד.

די באאמטע זאגן אז די שטאט אומאן איז שוין עטליכע מאל באמבאדירט געווארן דורכאויס די קריג, און נאכדערצו ווען עס קומען צו פארן צענדליגע טויזענטער אידן קען דאס זיין א אדרעס פאר די רוסישע דיקטאטור צו אטאקירן א גרויסע ציהל אנציזייען כאאס און אנגעצויגנקייט, דעריבער טראכטן זיי פון איינצוימען די נסיעות, און ערלויבן בלויז א קלענערע צאל מענטשן אריינצוקומען קיין אומאן אויף ראש השנה.

פרישע קאשקעטלעך
ארץ ישראל

נאכפאלגענדיג די דראמאטישע נייעס איבער די נייע תקנה פון די חסידישע חדרים אין שטאט בני ברק, אז אלע בחורים וואס לערנען אין חדר דארפן קומען אין חדר בלויז מיט א קאשקעטל, און נישט מיט א געווענליכע הוט ווי ביז היינט, זעט מען א גאר פאזיטיווע אנטוויקלונג ביים היימישן ציבור אין ארץ ישראל, ווען אויך אין די שטאט אלעד האבן די מנהלים געמאלדן אזא איינפיר, אז פון היינט און ווייטער וועט מען מוזן גיין בלויז מיט א קאשקעטל.

אזוי אויך איז געמאלדן געווארן מטעם אלע מנהלים פון תלמודי תורה דחסידי צאנז איבער גאנץ ארץ ישראל, אז בברכתו ובעידודו פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א ווערט איינגעפירט די דאזיגע תקנה אין אלע מוסדות הקדושים דחסידי צאנז בארץ הקודש.

נייע ביהמ"ד אין סלאנים מאנסי
מאנסי

חסידי סלאנים אין מאנסי האבן ערהאלטן די פרייליכע בשורה אז די הנהלת הקהילה איז אריין אין קאנטראקט אפצוקויפן די גאנצע שטח נעבן די עקזיסטירנדע בית המדרש אויף פיליס טערעס, הארט נעבן די בנין פון ישיבה קטנה ד'סאטמאר, און אקעגן איבער די גרויסע בנין ווילחאוויץ אויף מעיפל עוועניו, וואו עס וועט בקרוב אויפגעבויעט ווערן בעז"ה א נייע גרויסע בית המדרש וואס וועט צוברענגען א ריכטיגע הרחבת הדעת פאר די מתפללים און חברי הקהילה.

די סלאנימער שטיבל איז שוין פון לאנג אויסגעוואקסן איר מאקסימום, ווען א פשוטער שבת איז פשוט נישטא קיין איין איבריג פלאץ. אצינד מיטן אפקויף פון די גאנצע שטח דערנעבן, וועט מען קענען פילפאכיג פארברייטערן די גבולי הקדושה, מען וועט אויפבויען א נייע גרויסע לופטיגע היכל ביהמ"ד, א פראכטפולע מקוה און שטיבלעך, און אלעס וואס פעלט זיך אויס פאר די שיינע קהילה נאה וחסידה.

פאליסעידס שליסונג

א שווערע עקסידענט האט פאסירט היינט פארמיטאג אויף די פאליסעידס פארקוועי, וואו א נישט אידישע קאר האט זיך איבערגעדרייט אריין אין א וואלד, איבערלאזנדיג עטליכע פאסאדזשירן אין א קריטישע צושטאנד, צו וועם מען האט געבעטן א העליקאפטער אפצופירן די פארוואונדעטע אין איילעניש צו א שפיטאל. די פאליסעידס איז געווארן אפגעשלאסן פאר עטליכע שעה צווישן עקזיט 13 און עקזיט 11 אין ריכטונג קיין ברוקלין.

צו מעלדן באריכטן און בילדער פונעם חרדישען וועלט שיקט צו: news@jdnmail.com

You’re currently Subscribed on the Jewish Daily News. If you no longer wish to receive email, unsubscribe.

© 2025, JDN Mail, All rights reserved JDN Mail, 1303 53rd Street #175, Brooklyn, NY 11219